עולם הנגינה » שירי ברסלב » שיר השבוע » שירים אידיש » שירי התבודדות • תלמידי ישיבה גדולה 'מתיבתא' ברסלב עם שיר מרגש חדש "אלעס שטעלט זיך אופ" לקראת כנס התבודדות 'אשחרך' | שמעו ותחי נפשכם:

- כתבות קשורות:
מתיבתא • שבת התבודדות בהיכל הישיבה
מתיבתא • כנס התבודדות בישיבת מתיבתא |גלריה
מתיבתא • רב שיח כהכנה לכנס התבודדות
התבודדות • ישיבת מתיבתא בסינגל "קולי אל ה" |♫
הַהִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל: תלמידי ישיבה גדולה 'מתיבתא' דחסידי ברסלב עם שיר מרגש חדש "אלעס שטעלט זיך אופ" לקראת הכינוס השנתי לעידוד עצת ההתבודדות:
בשבוע האחרון (חמישי) ערכו בישיבת ברסלב 'מתיבתא' את הכינוס השנתי 'כנס התבודדדות' לעידוד עצת ההתבודדות דבר יום ביומו בסימן 'אשחרך' בראשות רבני הישיבה שליט"א, ובהשתתפות כלל בחורי הישיבה הע"י.
קרדיטים: לחן: הניגון העתיק 'א טאטע ביסטו גאר א געטרייער' | גראמען: הרה"ח ר' יואל פוקס שליט"א – ממנהלי מוסדות ברסלב בית שמש | שירה: מקהלה מתלמידי הישיבה | קלידן: הר"ר מנחם לב הי"ו | קלרינט: הר"ר מושי סומר הי"ו | האולפן: הר"ר מנחם לב הי"ו.
שמעו ותחי נפשכם:
המילים:
פון גאר א הויכן ארט, די נשמה קומט אראפ, הייליג ליכטיג דארט, דא שטעלט זיך אלץ אפ, א אנדער סארט וועלט, אלעס איז פארשטעלט, ארץ ציה ועיף בלי מים.
דורך גיין א וועג, גשר צר מאוד, נסיונות אן אן עק, מי יעמוד בסוד, א יאר נאך א יאר, אזא בלבול גארנישט קלאר, ווער בין איך דא, וואס טו איך דא, א וועלט פול פגעים.
ער גידענקט און ער בענקט צו זיין הייליגן מקור, יושב מחכה ער וויל טאקע זיין תשוקה איז ביז גאר, אבער יעדן צייט שפירט ער זיך ווייט אין א טיפן בור.
פזמון: התבודדות היא מעלה עליונֶה וגדולה מן הכל, האסט א זכות זיי עס קונה עפן שוין דיין מויל, וואס דו וויסט נאר ווער דו ביסט נאר טוב ד' לכל, סי גוט פאר אלעס בעט נאר און פוע'ל, אוי אוי, דער בעל דבר ווייסט עס אויכעט, ער טוט נישט לאזן, ער וועט פארלייגן אלע כוחות דיר נישט צולאזן, פאלג דעם רבי'ן נישט אוּף געבן קיין טאג אויסלאזן, אויף זיין כח טו זיך פארלאזן.
אין דעם וועג אז דו וועסט גיין, יעדן טאג א שעה, וועסטו טרעפן דיר אליין, קלאר וועט ווערן דא, מחבר זיין צו עם שפירן דעם נועם השם.
אזוי וועסטו, קענען דורך גיין, די זיבעציג יאר, ריכטיג ליכטיג, שיין און ריין, צוריק גיין צום מקור, אז תתענג, על השם, נישטא, בעסער, פון דעם.
טרעפט זיך א איד, פול דאגות ארום, ווי א ארעמאן אויפן יריד, קוקט ער אומיטום, ארומגינומען איז ער, פראבלעמען ס'איז שווער, יעדער איינער א גרויסער א קליינער, זוכט א ענטפער.
אין עבודת ד' גיוואלד, חסרונות אין אלץ פעלט, ער זעט וואו ער האלט, וואו בין איך אין דער וועלט, די צרכי הגוף, מיט נאך תאוות דער אוּף, פארברענען עם די גוטע יארן, ער ווערט פארלארן.
אויך נסיונות, מיט שלעכטע רעיונות, דריקן אויפן הארץ, אויך די מידות, עליות ירידות, סי טונקל סי שווארץ, ועל כולנה וואס, די ערגסטע זאך דאס, יאוש דער פארדראס.
הוא המסית הוא השטן, נאך וואס ער ווארפט אראפ, ביסט פארלארן ביסט צוטראטן, דרייט ער נאך אין קאפ, פיילן שיסט ער, דיין בלוט גיסט ער איצטער לאז זאך אפ.
פזמון
ווילסט ניצל ווערן, זיך אום קערן, נעם זיך שוין צו דעם, דערצייל אלסדינג, שווער אדער גרינג, נוכח פני השם, שריי און בעט, ער הערט און זעט, דיר ראטעווען ער וועט.
קול דודי דופק, זיי זיך שופט, יעדן טאג און טאג, דיין אמתער ווילן, דיינע געפילן, מיט דיין מויל עם זאג, ער שרייט אַיֶיךָּ, זאג ענני קָה אַשַחֲרֶךָּ.

